פלייבק
מילים: הערשי וויינבערגער - Hershy Weinberger
לחן: יואל ישראל זופניק - Yoel Yisroel Zupnick
עיבוד: נאמן למקור
ווייט אוועק פון שטוב – געמאכט דעם נסיעה,
די דאקטאר זאגט – גיי קיין אמעריקא פאר צרכי רפואה,
זבולון שטייט א פארקלערטער,
בעצבות גארנישט ווערט ער,
שמחה און האפענונג טוט זיין הארץ ערפולן.
איבער׳ן ים – מיט׳ן וועג מ׳דארף זיך צואיילן,
ביי משפחת וועטענשטיין – ווי אין אייגן היים וויילן,
כאטש יסורים מיט מאכט ער,
דאך שטענדיג שמייכלט און לאכט ער,
דאס איז געווען אונזער הייליגער זבולון.
אמונה בטחון צוזאמען,
דורכשווימען שווערע ימ׳ען,
פונקט ווי משפחה געווארן אין דעם וואוין.
יעדן ים דורכגעשפרינגען,
מיט חיזוק טאנצען און זינגען,
ולזבולן לחוף ימים ישכון.
…ולזבולן לחוף ימים ישכון
פון די ים – די רוישיגער וועלט וואס מיר שווימען,
האט מען דיר זבולון פון דא אוועק גענומען,
אוי ווי שווער איז צו דערהאלטן,
ווייל א ים האט נאר די געקענט שפאלטן,
ווי זעהט מען נאכאמאל דיין אור פניך.
ווען מיר וואלטן געפרעגט זבולון; ווי קען מען ווייטער אנגיין,
וואלסטו זיכער געענטפערט – נישט בעצבות נאר זיך פרייען,
אשרי מי שזכה,
צו זען די ים פון הדרכה,
ווי שמח זבולון בצאתך.
דיין קול וועט אויף תמיד קלינגען,
די ימ׳ען וואס די בוסט דורכגעשפרינגען,
דיין לערנען – דיין דאווענען – עבודת ה׳ מיט א ברען.
דיין וועזן מיר שפירן אלע,
און מיר זענען זיכער אז למעלה,
זינגסטו מיט ווי נאר זבולון קען.
ולזבולון לחוף ימים ישכון…