צרו קשר

פלייבק

ניין מאמע ניין

PLAYBACK

Nayin Mame Nayin

את הפלייבק ניתן לקבל בכל הסולמות

מחיר:

 150

קנה עכשיו

מילים: - - -

לחן: יוסי גרין - Yossi Green

עיבוד: נאמן למקור

 אינדרויסן קאלט ס'בלאזט א ווינט,
 
שטייט משה'לה א קינד,
 
אין געטא ביינאכט,
 
שטייט ער און טראכט.
 
 
 
ער קוקט מיט גרויס שרעק,
 
זיינע עלטערן מ'פירט אוועק,
 
ער געבט אויף זיי דעם לעצטן בליק,
 
זיי קוקן מיט ליבשאפט צוריק.
 
 
 
מיין קינד די תורה היט,
 
פארגעס נישט אז דו ביזט א איד,
 
מיר קומן צוריק נאך דיר גלייך,
 
צוזאמען מיט משיח.
 
 
 
ניין מאמע, ניין,
 
לאז מיך נישט אליין,
 
איך בין דאך אזוי קליין,
 
ווי וועל איך גיין.
 
 
 
ער קוקט און קוקט און זעט נישט מער,
 
עס פאלט א טרער נאך א טרער,
 
אוי וויי טאטע אוי וויי מאמע קומט צוריק צו מיר.
 
 
 
גייט א איד'עלע און וועג,
 
משה'לה געט ער א פרעג,
 
טייער קינד זאג'זשע מיר וואס ענגט דיר.
 
 
 
עס זענען געקומען סאלדאטן,
 
גענומען מיין מאמען און טאטען,
 
וואס זענען צו מיר אזוי געטריי.
 
 
 
זיי האבן געזאגט זיי קומען גלייך,
 
מיט איינעם וואס הייסט משיח,
 
איך ווארט און ווארט אזוי לאנג אויף זיי.
 
 
 
ניין מאמע ניין,
 
לאז מיך נישט אליין,
 
איך בין דאך אזוי קליין,
 
ווי וועל איך גיין.
 
 
 
ניין מאמע ניין,
 
לאז מיך נישט אליין,
 
איך בין דאך אזוי קליין,
 
ווי וועל איך גיין.
 
 
 
ער קומט מיט דיין טאטען און מאמען,
 
מיט אלע קדושים צוזאמען,
 
טייער נשמה'לה,
 
אט קומט שוין די נחמה'לה.
 
 
 
באשעפער הער די תפלה,
 
פון דיין עם סגולה,
 
מיר ווארטן דאך אזוי דערפאר,
 
אֵמָתַי קָאָתִי מַר.
 
 
 
טאטע אין הימל ניין,
 
לאז אונז נישט אליין,
 
ווען קומט ער צוגיין,
 
ירושלים מבשר אתן.
 
 
 
טאטע אין הימל ניין,
 
לאז אונז נישט אליין,
 
ווען קומט ער צוגיין,
 
ירושלים מבשר אתן.
 
 
 
דערמאן דיך דיין צוזאג,
 
מיר ווארטן דערויף יעדן טאג,
 
דעם שופר של משיח שוין צו הערן.
 
 
 
שומר ישראל,
 
קוק אויף יעדן בארג און טאל,
 
יעדע שטיינדע'לע אנגעזאפט מיט אידישע טרערן.
 
 
 
אבער די אמונה,
 
אין די הייליגע שכינה,
 
אפצורייסן האט קיינער נישט געקענט.
 
 
 
איון וואסער אין ימ'ען,
 
אין פייער אין פלאמען,
 
דאס אידיש ליכטע'לע ווערט קיינמאל אויסגעברענט.
 
 
 
אידן מאכט'ס ענק גרייט,
 
ס'קומט א נייע ליכטיגקייט,
 
די זון שיינט שוין אויף,
 
קיין ארץ ישראל ארויף.
 
 
 
טייערע ברידערלעך ניין,
 
מיר וועלן מער נישט זיין אליין,
 
אט קומט ער צוגיין,
 
במהרה בימינו אמן!
Open chat
צריכים עזרה?
שלום,
אנחנו כאן כדי לעזור