פון די גאנצע גארער וועלט
פאר איך צו דיר
אין א ווייטן קליין געצעלט
ס׳חלומ'ט זיך, דיר
דאס הארץ ביי מיר, א קלאפ פארפעלט
פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט
דו ביסט אזוי ווייט
אבער נאנט צו מיר
ס׳גיסן טרערן הונדערטער יארן אויף דיר
דאס בין איך דיין פארלוירן קינד ס׳בענקט זיך מיר
דאס הארץ ביי מיר א קלאפ פארפעלט
פון יעדן פלאץ דיר אויסגעוועלט
דו ביסט אזוי ווייט
אבער נאנט צו מיר..
מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים
אין דיין הייליג לאנד דיין תורה זיין מקיים
א הימל לויטער ריין
הארץ אין יעדע שטיין
מיין חלום איז צו זיין אין ירושלים